yame, yame - יאמע, יאמע - shoshana damari - שושנה דמארי lyrics
יאָמע יאָמע, שפּיל מיר אַ לידעלע
וואָס דאָס מיידעלע וויל
* דאס מיידעלע וויל אַ פּאָר שיכעלעך האָבן
מוז מען גיין , דעם שוסטער זאָגן
ניין מאַמעשי ניין דו קענסט מיך נישט פֿאַרשטיין
דו ווייסט נישט וואָס איך מיין
יאָמע יאָמע , שפּיל מיר אַ לידעלע
וואָס דאָס מיידעלע וויל
* דאָס מיידעלע וויל אַ קליידעלע האָבן
מוז מען גיין, דעם שנייַדער זאָגן
ניין מאַמעשי ניין דו קענסט מיך נישט פֿאַרשטיין
דו ווייסט נישט וואָס איך מיין
יאָמע יאָמע , שפּיל מיר אַ לידעלע
וואָס דאָס מיידעלע וויל
* דאָס מיידעלע וויל א פּאָר רינגעלעך האָבן
מוז מען גיין, דעם גאָלדשמיד זאָגן
ניין מאַמעשי ניין דו קענסט מיך נישט פֿאַרשטיין
דו ווייסט נישט וואָס איך מיין
יאָמע יאָמע, שפּיל מיר אַ לידעלע
וואָס דאָס מיידעלע וויל
* דאָס מיידעלע וויל אַ חתן´דל האָבן
מוז מען גיין, דעם שדכן זאָגן
יאָ מאַמעשי יאָ, דו קענסט מיך שוין פֿאַרשטיין
דו ווייסט שוין וואָס איך מיין
Random Song Lyrics :
- 24 октября (brooklyn) - feduk lyrics
- say my name - jay bird & devloe lyrics
- lostmymind - astrale lyrics
- maatschappij - gruppenbild lyrics
- a, b, c - jordan simons lyrics
- 從零開始的新世界 (starting from zero) - jer 柳應廷 lyrics
- lojojumo - sultanalli lyrics
- δεν αντέχω (den antexo) - goin’ through (grc) lyrics
- hennessy (greeny & malcom blaize remix) - jt hawk lyrics
- in th club11 lmao - ccured lyrics