a kapureh - כפרה - lipa schmeltzer lyrics
קומט א אידל צו די רבי און ער זאגט
כ’וויל איך באדינען אלץ משרת
אזוי וועל אייך לערנען
ווי אזוי מ’שלאגט
ווי אזוי דער רבי שלאגט כפרות
רבי כ’האב איין איינציגע מטרה
אויך פאר מיר צו האם א כפרה
א כפרה, א כפרה, א כפרה, א כפרה
מיין חסיד לאז צורה
זאגט דער רבי אזוי איידל
כ’האב פאר דיר אן עצה א קלארע
לויף אין דערפל צו
אין קרעטשמע פון ר’ זיידל
.און זעה וי אזוי ער שלאגט זז זיין כפרה
דער חסיד גייט פארטראכט
אז דער רבי הייסט אים לויפן
איז נישט דא א ספק די קלענסטע
איןי פונקט אינמיטן די נאכט
קימט ער בראנפען קויפן
באהאלט זיך אין א זייט נעבן פענסטער
…צו זעהן דעם
,זה חליפתי, זה תמורתי, זה כפרתי, זה חליפתי
.זה תמורתי, זה כפרתי, זה חליפתי, זה כפרתי
ער זעהט ווי ר’ זיידעלע ער נעמט ארויס צוויי ביכער
פון אויגן עס גיסט אים א גאס
אז דארף שוין שלאגן יעצט כפרות וואס גיכער
שוין ערב יום כיפורים נאך עלות
באשעפער כ’האב איין איינציגע מטרה
איך זאל שוין האבן א כפרה
.א כפרה, א כפרה, א כפרה, א כפרה
צוויי ביכער האט – עבירות יסורים
פיל עבירות הייבט אים אן צו שרעקן
די ביסט דער איינציג גאט – זעה מיינע חיבורים
נאר דו קענסט ביידע אפמעקן
איך האב געזינדיגט ניסן – אייר סיון תמוז
אב אלול מעק אויך אויס – מחה
מ’האט דאך מיר געשמיסן – פון צאפן בלוט א ים איז
דאס שטייט דאך אין די ביכעל נומער צוויי
פאר אלע מיינע זינד’ן – און מיינע עונות’ליך
תשובה טון צו דיר אזוי איך וויל
פיל צרות מיר געשינדן – מוחל זיין דיר שוין וועל איך
.טאטע, זיי מיר אויך מוחל
,זה חליפתי, זה תמורתי, זה כפרתי, זה חליפתי
.זה תמורתי, זה כפרתי, זה חליפתי, זה כפרתי
מיר לעבן הייט אין א דור אזוי פינסטער
בעיקבתא דמשיחא – מער ווי דו פארלאנגסט פון אים
ער ארבעט אן אומזינסטער
דער יצר הרע לאזט אונז נישט מנוחה
באשעפער נאר איין איינציגע מטרה
דער יצר זאל שוין זיין אונזער כפרה
דער כפרה, דער כפרה, א כפרה, א כפרה
צו זיך אליין ער ברומט
איך שרייב מיינע חיברים
פיר און צוואנציג שעה אן א פריי טאג
און ער אליין באשטימט – יעדעם זיין יסורים
ער ברענגט פיל צער און ווייטאג
ביי אים וואס הייסט געווינען – צוברעכן ווי א שארבן
דער זינד זאל ברענגן פיל שרעק
מ’קען אבער געווינען – אוו נאך זיך פארדארבן
אז מ’איז נישט צובראכן לויפט ער אוועק
אין איין בוך ער שרייבט – די קליענטן ווער זיי זענען
אין צווייטן בוך פארשרייבט ער זיי צום שלעכטן
באשעפער ס’איז שוין צייט
ביידע ביכלעך צו פארברענען
און אים אלץ א כפרה זאל מען שחט’ן
א יעדע אידישע פונק – וועט פלאמען אין עזרה
ואתא הקב”ה ושחט – צו טון א מצוה איז גרינג
איך תאוה צום גמרא
.מ’וועט זינגען שבת אחים גם יחד
———————————————————
זה חליפתנו, זה תמורתנו, זה כפרתנו, זה חליפתנו
זה היצר הרע ילך למיתה ואנחנו נכנס ונלך
.לחיים טובים ארוכים ולשלום
Random Song Lyrics :
- огонь (fire) - white soul lyrics
- shadow - saint n lyrics
- sou famosa - myss da trajano lyrics
- love & power - audiotree live version - transviolet lyrics
- poka - raph john lyrics
- freak (demo) - austiverse lyrics
- this doubting heart - gussie miller lyrics
- тяга к деньгам - dope17 lyrics
- when i rock - general midi lyrics
- durão - pharrá lyrics